
קוצר משמעות היתר עיסקא
הרה״ג ר׳ ישראל מאיר עקשטיין שליט״א – אידיש
די משמעות פון א היתר עיסקא בקיצור
איינער וואס דארף געלט צו משקיע זיין, און פארדינען דורך דעם, און דער מלוה/נותן [וואס פארבארגט] וויל אויך פארדינען פין די געשעפט, אין וויל זיך פארזיכערן אויף וויפיל מעגליך, סיי אויף די קרן וואס ער פארבארגט אין סיי צו באקומען די רווחים, אין די זעלבע צייט נישט נכשל ווערן אין די איסור רבית, איז כדאי זיך צו פירן ווי די פאלגענדע תקנה:
די געלט וואס ווערט געגעבן ווערט צוטיילט האלב איז א הלוואה אין האלב איז א פקדון, ממילא האלב ריווח פין די פקדון באלאנגט פארן מלוה/נותן [פארבארגער], אין האלב פין די הלוואה באלאנגט פארן לוה/מקבל [בארגער],
די מקבל נעמט די געלט און איז עס משקיע אין זיינע געשעפטן, אזוי זענען אלע זיינע געשעפטן משועבד פאר די געלט, דהיינו אז די רווחים פון זיינע געשעפטן, זענען גערעכנט א חלק פארן נותן,
די מלוה געבט א דולר פארן לוה ווייל די לוה איז זיך מטפל מיט זיין פקדון,
און כדי צו זיין מער זיכער, נעמט מען זיך אויס אז די לוה איז נישט באגלייבט צו זאגן אז עס איז שאדן געגאנגען די קרן, דורך נישט זיין אייגענעם פארנאכלעסיקייט, נאר דורך ברענגען צוויי עדים וואס זענען מעיד אז עס שאדן געגאנגען אן די שולד פונעם לוה,
אין די זעלבע זאך אויף די רווחים איז די לוה נישט באגלייבט וויפיל ער האט פארדינט נאר דורך א שבועה,
אויב דער לוה וויל נישט שווערן, נעמט מען זיך אויס פין פאראויס א באשטימטע סכום , [ווי למשל א געוויסע פראצענט אויפן יאר] וואס באופן די מקבל באצאלט די סכום פארן מלוה איז ער פטור פון שווערן,
אין פאל מען נעמט א מארגידש פין א באנק וואס באלאנגט פאר א יוד, דארף מען זיך אויסנעמען באופן היתר עיסקא, דאס באדייט אז דער וואס נעמט די מארגידש נעמט עס אויף צו פארדינען דערפון [קויפען הייזער הייסט אויך פארדינט רוב מאל, אין בכלל איז מען דאך משעבד אלע געשעפטן] און ווען ער באצאלט די חודשליכע פעימענט”ס, באצאלט ער צוויי חלקים, די חלק וואס די באנק רופט אן אינטרעס”ט, צאלט די מקבל, כדי דורך דעם ווערט ער פטור פון א שבועה, אין מיט די חלק פרינצבע”ל, צאלט ער אפ צוביסלעך די קרן.
מיט דעם וואס מען טיילט איין די סכום אין צוויי חלקים איין חלק איז א הלוואה אין איין חלק איז א פקדון, איז מען מרוויח ווייל באמת לוינט זיך פאר די נותן אז די גאנצע סכום זאל זיין א הלוואה, ווייל דעמאלס מיינט עס אז די גאנצע געלט איז אויף די אחריות פןנעם מקבל, אין איז מחיוב צוריקגעבן דאס געלט אויף יעדן פאל וואס עס זאל נאר נישט פאסירן, פארקערט איז ביי א פקדון וואס איז נישט אויף די אחריות פונעם מקבל, [חוץ באופן וואס ער איז פושע, אבער אויב עס פאסירט א אונס אדער א גניבה איז מען פטור ביי א פקדון,] ממילא קומט אויס אז ביי א פקדון איז די נותן נישט פארזיכערט אויף זיין געלט.
אבער פין די אנדערע זייט לוינט זיך נישט פאר די נותן אז די גאנצע סכום זאל זיין א הלוואה, ווייל אויף א הלוואה איז אסור צו נעמען רווחים, אבער אויף א פקדון מעג מען יא נעמען רווחים, [ווייל עס באלאנגט פארן נותן ווייל עס איז נישט אויפען אחריות פינעם מקבל, ממילא מעג מען נעמען די רווחים פינעם חלק פקדון]
ע”כ האט מען עס איינגעטיילט האלב אין האלב, האלב הלוואה האלב פקדון.