הית”ע פאר א באנק וואס פארקויפט די מארגידש
ווי פריער ערקלערט די באדייט פין היתר עיסקא, בנוסף צו די געווענליכע היתר עיסקא, האבן געוויסע רבנים מחמירים מוסיף געווען, פאר אבאנק וואס פארקויפט די מארגידש, פאר א גוי, כדי עס זאל זיין מער ווי הונדערט פראצענט אויסגעהאלטען, און מיר וועלן פארלייגען די שינויים, וואס מען האט צוגעלייגט,
אנשטאט אז עס זאל זיין איינגעטיילט האלב פקדון און האלב הלוואה איז די גאנצע מארגידש א פקדון,
די געלט וואס די מקבל באקומט פון באנק רעכנט מען נאר, די סך וואס די מקבל באקומט אינגאנצען, אבער די געלט וואס גייט אין עסקראו, און די פוינט’ס וכו’, ווערט נישט גערעכנט אלץ חלק פון די פקדון,
כדי צו ווערן פטור פון די שבועה, [ווי אויבען דערמאנט כדי נישט צו צאלען אלע רווחים מיז מען שווערן וויפיל מען האט פארדינט] דארף מען באצאלען אלעס וואס שטייט אויף די נאוט, אפילו וואס די מקבל האט למעשה נישט באקומען, אין אויך ווערט אריינגערעכנט כדי צו ווערן פטור פון א שבועה אז די מקבל דארף נוצען Ice פאר א בראוקער צו טרעפן א באנק וואס איז גרייט צו בארגען פאר די מקבל,
די עיסקא איז נאר אויף א קורצע צייט, אין די זעלבע צייט איז די מקבל ממנה די באנק זיי זאלען טרעפן א באנק וואס איז גרייט צו בארגען פאר די מקבל,
ווען די באנק טרעפט א באנק וואס באלאנגט פאר גוים, צו בארגען געלט פאר די מקבל, קען די ערשטע באנק נעמען די געלט וואס די באנק בארגט פארן מקבל, אין מיט די געלט וואס די ערשטע באנק באקומט פון די באנק, ווערט אויס די שייכות וואס די ערשטע באנק האט מיט די מקבל, אין די מקבל דארף מער גארנישט באצלען רווחים פון זיינע געשעפטן,
קומט אויס אז די עיסקא איז געווען נאר אזוי לאנג ביז די ערשטע באנק האט נישט פארקויפט די שטר חוב פין די מקבל פאר א צווייטע באנק,

דאס וואס די ערשטע באנק באקימט למעשה מער געלט, פון די באנק וואס ער פארשאפט פארן מקבל, און אויך די פוינט”ס און אנדערע באצלאנגען, באקימט די ערשטע באנק פאר שכר טירחא, צו פארשאפן די באנק פארן מקבל,
באופן וואס עס וועט זיך אויסשטעלן אז די נייע באנק וועט וועלן מחייב זיין די ערשטע באנק צוריקקויפן די מארגעדש, וועט בטל ווערן די הסכם, און עס וועט צוריק גיין צום ערשטען היתר עיסקא וואס די מקבל מיט די ערשטע באנק האבען אויסגעשטעלט,
די מקבל האט די מעגליכקייט ביז צוויי וואכען צוריק צו באצאלען די עיסקא, און מען וועט זיך דעמאלס מפשר זיין אויף די שכר טירחא וואס די מקבל זאל באצאלען, אבער נאך צוויי וואכען איז שוין די מקבל מחיוב צו באצאלען די גאנצע שכר טירחא וואס עס ווערט פריער אויסגערעכנט, די זעלבע זאך באופן וואס די ערשטע באנק וועט פארשאפען א באנק און עס וועט נישט ווערן אויסגעפירט צילוב סיי וועלכע סיבה וואס וועט קימען מכח דעם מקבל, וועט בלייבן די חיוב אויף די מקבל צו באצאלען די שכר טירחא,

צו מאכען די גאנצע סכום א פקדון איז מער אויס געהאלטען, ווייל מ’רירט נישט אן די איסור דאוריית’ פין בארגען געלט, נאר אין א געווענליכע פאל לוינט זיך נישט צו איינשטעלן און מאכען אינגאנצען א פקדון, אבער היות ווי עס וועט באלד ווערן ערקלערט, ביי אינזער פאל איז די עיסקא אויף א קורצע צייט, ע”כ האבט מען זיך ערלויבט עס צו מאכען פאר א עיסקא, אין די זעלבע צייט איז מען מרויח, אז עס איז סאך מער אויסגעהאלטען,